‏הצגת רשומות עם תוויות תעתיק יידיש. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות תעתיק יידיש. הצג את כל הרשומות

מכתב 204




תרגמה מיידיש ביאנקה רודיך (6.1.2011):
גבת, 10/12/1938
שלום חינוצ'קה!
אני כותבת לך לכתובת בבית יוסף, בגלל שאיני יודעת איפה את נמצאת בימים אלה, אם חזרת כבר או טרם חזרת. בינתיים שמח בארץ ישראל., וכמה שפחות לנסוע יותר בריא. אז מה, בעצם, נשמע אצלכם? איך את מרגישה ומה שלום יעקב'לה? ומה נשמע בבית יוסף? הייתי רוצה לדעת הכל אודותיכם.
אצלנו אין חדש. אני כבר עובדת 3/4 יום ומרגישה לא רע. גרשון בחופש ומתרוצץ בכל החצר. ארקה עובד בדיר.
אני שולחת שתי תמונות בשבילכם. צילמנו מספר תמונות ושלחנו לפאפא [אבא], הוא שלח אותן בחזרה. הרי זה יקר ערך!
אני מצרפת מכתב מהבית. בשבוע שעבר שלחתי אחד. כעת שוב תורך.
היו לי כולכם בריאים ושלמים, ומרוצים, אמן.
שלכם
פניה
מה קורה עם הבתים בבית יוסף?
ארקה וגרשון מוסרים ד"ש. נשיקה ליענקלה
ד"ש חמה לשרגא

תעתיק ופענוח הכתב מיידיש ע"י זיגריד בייסל (8.1.2011) - המספרים בסוגריים מציינים את מספר השורה במכתב המקורי:
[1] גבת 38 10.12
[2] שלום חינאצקא!
[3] איך שרייב דיר אויפן אדרעס פון בית [4] יוסף ווייל איך ווייס ניט וווּ דו געפינסט [5] זיך די טעג. צי ביסטו שוין געפארן צוריק [6] צי נאכניט. דערווייל איז אין ארץ ישראל פריילעך, [7] און וואס ווייניקער פאָרן איז אלץ געזינטער. [8] וואס עפעס הערט זיך טאקע ביי אייך? ווי [9] פילסטו זיך און וואס מאכט אשרלע? [10] וואס הערט זיך אין בית יוסף? איך [11] וואלט וועלן וויסן אלץ וועגן אייך. [12] ביי אונז איז ניטא קיין נייס. איך ארבעט [13] שוין 3/4 טאג און פיל זיך ניט שלעכט. [14] גרשון האט חפש און פליט ארום איבערן [15] גאנצן הויף. ארקע ארבעט אין "דיר" [16] איך שיק דא צוויי פאטאגראפיעס פאר אייך. [17] מיר האבן געמאכט עטליכע בילדער און געשיקט [18] דעם פאפא - האט ער מיר געשיקט צוריק [19] די עטליכע בילדער. א טייערע זאך! {2} [20] איך לייג דא ביי א בריוו אהיים. יענע [21] וואך האב איך אבגעשיקט. איצט איז שוין [22] ווידער דיין תור. נו, זייט מיר אלע [23] געזונט און גאנץ און צופרידן. אמן.
[24] אייער פניה.
[25] וואס הערט זיך מיט די הייזער אין בית [26] יוסף? [27] ארקע און גרשון גריסן. א קוש יעקבלען [28] א גרוס א הארציקן שרגאן

מכתב 203










תורגם מיידיש ע"י ביאנקה רודיך (6.1.2011):
אוגוסטוב, מוצאי שבת 6/12/1930 
יקיריי חינה, פניה, ארקה! 
אכתוב לכם על חיי החדשים. מיד, ביום א', היום הראשון אחרי ביאלוסטוק, התחילו לזרום מכל הפינות, ברכות "מזל טוב", עד יצא עשן. רק אחד לא בירך אותי, אבל חקר כל הזמן לגבי יציאתכם מביאלוסטוק. בודאי מובן לכם שהיה זה זלקובסקי (בהיר כביום שמש! שאותו ברנש שיודע הכל, אבל שמר על כבודו.) אני מסרתי לו, שהזכירו אותו בביאלוסטוק וארקה אמר: "היה ודאי טוב אילו זליקובסקי היה על ידינו". הוא ענה ברצינות גמורה: "יתכן שזה יקרה במציאות". 
ברכות ה"מזל טוב" כה בלבלו את הראש ששכחתי לכתוב לכם מיד בתחילת המכתב על כך שקיבלתי את הגלויות מכם וגם מכתב מזליה, יחד עם מכתב מפניה ובו פוטוגרפיה. אין לתאר את שמחתי עם בגלויתכם מוורשה, כתיבה בתוך הקרון בו הצלחתם להתמקם בנוחיות לאחר שהכל הסתדר על הצד הטוב ביותר. במיוחד שמחתי בבשורה שפינס קבע שיש שיפור גדול בעיניים שלך חינוצ'קה. ייתן אלוהים, שתמיד יגיעו אלי מכתבים ובהם בשורות טובות. וכאן עלי לשוב ולהזכיר את בקשתי המתמדת, כיתבו תמיד את האמת. אתם ודאי יודעים שאיני אוהב איפור [טשטוש]. כפי שידוע לי, גם אתם מתרחקים מ"איפור", אני מקווה שתמיד תכתבו את האמת הטהורה. אני מצפה למכתבים שבהם תכתבו בפירוט על הגעתכם לארץ, היכרויות, ואיך אתם מסתדרים. אני מתכוון לכתוב לכם בכל יום א'. 
במרוצת השבוע שעבר כבר שילמתי מקצת מן החובות. שילמתי 44 זל' להנדסמן, נתתי 35 זל' לליברמן, 22 זל' לחפץ, 20 זל' לאחיות לינדה, 10 זל' למאיר, גם חיסלתי כבר את כל החוב אצל וורהפטיג, 22.58 זל'. בשבוע שעבר קיבלתי כסף תמורת השיעורים. שמחתי שגם זליה מלווה 5 שיעורים, וגם התמונה שלך, פניצ'קה. את נראית נהדר, יפה. גם "אָבִינוּ" טבנקין. כמעט לא הייתי מזהה אותו אילולי היית כותבת. הוא נראה כה צעיר, הוא עבר אולי ניתוח. חינוצ'קה, אני שולח לך את המכתב שדבורה טננבוים שלחה לך. 
ביום ה' היתה חתונה אצל הקפלונוב-ים, עם כְּלֵיזְמָרִים (חתנו של לוויצקי ועוד איזה "זייפן" אחד). היתה גם קבלת פנים עם ארוחה. לא השתתפתי בחתונה. אני פשוט שונא חתונות כאלה של פעם. אבל אתמול בבוקר, אחרי התפילה, הייתי שם לקידוש. הקפלונוב-ה שאלה איפה חינה כעת, בוורשה או בביאלוסטוק. עניתי: בביאלוסטוק. הברנש נראה כפי שהיה נראה. שלחתי מברק ברכה ע"י הקרן הקיימת. 
חינקֶה יצאה מן הבית עם מכונית ל"ארץ ישראל" שלה (ששמה בפולנית "ברסטביצה" או "בזלסטביצה") באותו 2 בדצמבר, כאשר אתם, יקיריי, יצאתם מוורשה לארץ ישראל שלנו. ביום ו' התקבל ממנה מכתב. חמותה לעתיד לבוא קיבלה את פניהּ בהיכנסה לביתה, בלחם ומלח (מן הסתם ערוך על השולחן ולא בידיים...) ונרות דולקים ו... מאנצקה [???]. כפי שהנכם מבינים, הזקנה הכינה לה קבלת פנים כמו ל"פרזידנט"... יחד עם המכתב הגיע גם פוטוגרפיה. שייקה אומר ש"בתמונה הזאת יצחק נראה טיפש". אני טוען שאיזה ערך יש לצילום אם מכירים את המקור!? הם מתביישים לשלוח תמונה לשמרל בשיקגו. הם שולחים את התמונה לשלומקה. הוא יקבל אותה באותו הזמן שאתם תקבלו את מכתבי זה. מברסטביצה כותבים שהחתן-כלה יצטלמו שוב כדי שיוכלו לשלוח תמונה לשמרל. חינקה כבר קיבלה שעון במתנה. אברהם-איציק יקבל רק כשיגיע לאוגוסטוב ביחד עם חינקה. היא תשאר שם עד לאחר החנוכה. שייקה שלח איתה חבילה לבן-נר מהספריה – 12 ספרים ביידיש ובפולנית. למה לא שלח במהומה הזאת גם ספרים בעברית? חשבתי. אבל לא שאלתי, ומצאתי בעצמי תֵּרוּץ. חינקה זהירה ולא לקחה ספרים בעברית כי פחדה מפני הגיס, אותו איש קטן אשר מבין "באותיות הקטנות". השבוע חגגו תְּנָאִים [אירוסין] לשרה ביילקה דוברין עם בחור מסובלק, גלטשטיין. לאביו יש חנות תכשיטים כמו לקנטורוביץ', והוא עשיר. אבל הבחור, ע"פ שייקה, הוא חתיכת כולירה, לכן הוא לוקח [נדוניה] 2000 דולר. אני לא נכחתי ב"תנאים". אתה רואה ארקה, איך רימו אותך! – השבוע שמעתי כינוי שמאוד נעם לי. אמרו לי בגלוי "החתן שלך". כבר לא צריך לשמור בסוד. "מן אין החתן שלך?" אני מצרף לך ארקה את ה"היינט" – גליון יום ו', את ה"פולקסצייטונג" [עיתון העם] מה-1 לדצמבר, את אותו גליון אין להשיג באוגוסטוב. 
אני חושב על השייט שלכם על הים. הים גועש, הגלים מתנפצים אך האוניה, אשר מתנדנדת במקצת. גם המנוע מרעיש, ואתם ילדיי היקרים, נמצאים שם, בין שני עולמות, ועם כל רגע שעובר אתם מתרחקים מאירופה העתיקה, שם התנפצו תקוות עמנו. אבל אתם מתקרבים לארצנו, האלט-נַיי-לנד, שם נבנה משהו חדש. אתם, ילדיי היקרים, תצטרפו בקרוב לשורות המלוכדות של הבונים שלנו. בעמקי ליבי אני נושא את הברכה היהודית העתיקה: "ה' עִמָכֶם". את צודקת, פניצ'קה, במכתבך מן הקרון, בנסיעה דרך צ'כיה, את כותבת שליבי מלווה אתכם, נוסע עימכם. 
אני הסתדרתי טוב מאוד. ארוחות הצהריים אצל רייזלה הן מצויינות. א ני אשלם לה על הארוחות, כך הבטחתי לה. את, חינוצ'קה, חכמה מאוד. אירגנת את הבית, הכל כמו קודם. מורגשות כאן ביתיות וחמימות. את מכתבי הבא כבר אכתוב לגבת. אני מקווה לקבל מחר, יום ב', מכתב מכם, מווינה או מטרייסט. לכבוד שבת חנוכה כבר יהיה לי מכתב ארצישראלי מכם. 
אני מנשק אתכם יקיריי, 
שלכם פאפא [אבא] 
ארקה, מסור לקרוביך ד"ש לבבי ממני. 
ד"ש מרייזלה ובני ביתה כיתבו לה גם ד"ש 
נ.ב. ד"ש מן החתול 


תעתיק מיידיש ע"י זיגריד בייזל:

[1] אוגוסטאוו, מוצאי שבת 30 - 6/XII
[2] מיינע טייערע כינא, פאניא, ארקע! [3] איך וועל אייך שרייבען פון מיין נייעם לעבען גלייך פון זונטאג, דעם ערשטען [4] טאג נאך ביאליסטאק, האבן זיך אנגעהויבן צו שיטען פון אלע זייטן די מזל [5] טוב'ס, אז עס איז געגאנגען א רויך. נור איינער האט מיר ניט אבגעגעבן [6] קיין מזל טוב, נאר האט זיך אזוי נאכגעפרעגט וועגען אייער אבפאהר פון [7] ביאליסטאק, איר פארשטעהט שוין אז דאס איז זאקליקאווסקי ("קלאר ווי [8] דער טאג" אז דער חברה מאן ווייס פון אלץ, נאר ער האלט פאסאן) [9] איך האב אים איבערגעגעבען, אז מען האט אים אין ביאליסטאק דערמאנט, [10] און אז ארקע האט געזאגט "עס וואלט געווען גוט האבן זאקליקאווסקען [11] לעם זיך", האט ער מיר אויף דעם ערנסט גיענטפערט: "עס קען גרייליך [12] זיין, אז דאס זאל ווירקליך געשעהן"... די מזל טוב'ס האבן מיך אזוי [13] פארדרייט דעם קאפ אז איך האב אייך פארגעסען צו שרייבען גלייך פון [14] אנפאנג בריוו וועגען דעם אז איך האב ערהאלטען אייערע 3 קארטלאך [15] אויך זאליעס בריוו צוזאמען מיט פאניעס בריוו און פאטאגראפיע. איר קענט זיך פארשטעלען [16] ווי איך האב זיך געפרעהט מיט דער לעצטער קארטעל פון ווארשע געשריבען [17] אין אייער קופע, אז איר האט זיך אזוי באקוועם איינגעארדענט [18] אין וואגאן און אלעס גוט ערליידיגט, איבער הויפט האט מיך דערפרעהט [19] די נייעס וואס פינעם האט געפונען אין דיינע אויגען, כינאצקא, [20] א גרויסע בעסערונג, זאל גאט געבען, אז איך זאל שטענדיג האבען [21] פון אייך בריוו מיט גוטע נייעס. נור דא דערמאן איך נאך אמאל [22] מיין ביטע איר זאלט מיר שטענדיג שרייבען דעם אמת. איר ווייסט דאך {2} [23] אז איך האב פיינד פּודער. נאר אזוי ווי איר זינד אויך ווייט פון [24] פּודער האף איך אז איר וועט מיר שרייבען שטענדיג דעם ריינעם [25] אמת. איך ערווארט פון אייך בריוו, אין וועלכע איר זאלט מיר [26] אויספירליך אויסשרייבען פון אייער אנקומען אין לאנד, בעקאנטשאפטן [27] און פון אייער איינארדענען זיך. איך וועל אייך שרייבען יעדען זונטאג. [28] אין משך פון דער פארגאנגענער וואך האב איך שוין בעצאהלט אביסעל [29] חובות. בעצאהלט 44 זל. -אנדסמאנען, געגעבען 35 זל. ליבערמאנען, [30] 22 זל. חפץ, 20 זל. די שוועסטער לינדע, 10 זל. מאיר־ן, איך [31] האב אויך שוין אראבגענומען דעם גאנצען חוב ביי ווארהאפטיגן 22,58 זל. [32] איך האב גראדע בעקומען די פארגאנגענע וואך געלד פון די לעקציעס, [33] איך האב זיך זעהר געפרעהט וואס זאליא האט אייך באגלייט 5 שטונדען [34] צייט און אויך מיט דיין פאטאגראפיע, פאניצקא, דו ביזט ארויס וואונדער- [35] באר שעהן, אויך "אבינו" טבנקין, נאר איך וואלט אים ניט דער- [36] קענט, אזוי יונג זעהט ער אויס, ווען דו זאלסט ניט צושרייבען, ווייזט אויס אז ער האט זיך [37] געלאזט אפערירען ... איך שיק דיר, כינאצקא, איבער א בריוו פון [38] דבורה טעטענבוים געשיקט צו דיר. ביי קאפלאנובנען איז געווען [39] דאנערשטאג די חתונה מיט כלי זמרים (לעוויצקעס איידעם מיט נאך [40] איינעם א דרילפאץ) מיט א קבלת פנים, מיט א מאלצייט, אויף דער [41] חתונה בין איך ניט געווען, ווייל איך האב פשוט פיינט אזוינע פארצייטיגע [42] חתונות נור נעכטען בין איך געווען אין דער פריה נאכן דאווענען [43] אויף קדוש, קאפלאנובנע האט זיך געפרעגט אוואו איז איצט כינא {3} [44] אין ווארשע צי אין בעאליסטאק איך האב געזאגט אז אין ביאליסטאק. [45] דער יונגערמאן זעהט אויס אזוי ווי ער האט אויסגעזעהן ... א טעלעגראמע [46] דורכן קרן קימת האב איך געשיקט. כינקע איז אבגעפארען פון דער [47] היים מיטן אויטא אין איר ארץ ישראל (וואס אין דער פוילישער געא- [48] גראפיע הייסט דאס "ברעסטאוויצע" און אפשר "בזשעסטאוויצע") דעם [49] זעלבען 2-טען דעצעמבער וואס איר מיינע טייערע האט אבגעפארען [50] פון ווארשע אין אונזער ארץ ישראל. פרייטיג איז אנגעקומען פון [51] איר א בריוו אז איר צוקינפטיגער שוויגערמוטער האט איר [52] מקבל פנים געווען ביין אריינקומען אין הויז מיט ברויט, זאלץ [53] מן הסתם אויף א טישעלע ניט אין די הענד... [54] אנגעצונדענע ליכט און ... מאנצקע. ווי איר זעהט האט די [55] אלטע איר איינגעארדענט א קבלת פנים מיט מער צערעמאניע [56] ווי דעם פרעזידענט..., נאר וואס איז דערפון? צוזאמען מיטן [57] בריוו איז אנגעקומען א פאטאגראפיע, שייקע זאגט: "אויף [58] דער פאטאגראפיע זעהט יצחק אויס ווי א טפש"... זאג [59] איך וואסערע ווערדע קען האבן די פאטאגראפיע ווען מען קען [60] דעם אריגינאל?! זיי שעמען זיך צו שיקען שמערלען אין טשיקאגא [61] די פאטאגראפיע און זיי שיקען מיר אוועק שלמקה'ן, וועלכער וועט [62] עס ערהאלטען גלייך ווי איר וועט ערהאלטען מיין בריוו, און אין [63] ברעסטאוויצע שרייבט מען אז די חתן כלה זאלן זיך א צווייטן [64] מאל פאטאגראפירן, כדי מען זאל קענען שיקען שמערלען. חינקע [65] האט שוין געקריגען א מתנה א זייגערל - אבראמיצקי וועט [66] קריגען ערשט נאכדעם ווי ער וועט קומען צו פארען {4} [67] אין אוגוסטאוו צוזאמען מיט כינקען, זי וועט זיך דארטען פערזאמען [68] ביז איבער חנוכה. שייקע האט איר מיט געגעבען איין פעקל [69] ביכער פון ביבליאטעק 12 שטיק אידישע און פוילישע. "פארוואס ניט [70] צו דעם רומל אויך א פאר העברעאישע ביכער?" [71] האב איך זיך געטראכט, אבער ניט געפרעגט, און איך האב [72] אליין געפונען דעם תרוץ, אז כינקע איז דאך גענוג [73] פארזיכטיג האט זי ניט מיטגענומען קיין העברעאישן [74] בוך אויך ווייל זי האט מורא פארן שוואגער, דעם [75] קליינעם יונגענמאנציק, וואס פארשטעהט זיך אין די [76] קליינע פינטעלאך ... ביי שרה ביילקע דאברין איז [77] געווען תנאים היינטיגע וואך מיט א סובאלקער גלאטשטיין [78] זיין פאטער האט א גאלד געשעפט ווי קאנטאראוויץ [79] און איז רייך, אבער דער בחור אליין, זאגט שייקע, [80] איז א שטיק כאלעריע, דערפאר נעמט ער 2000 דאלאר [81] איך בין אויף די תנאים ניט געווען. זעהסט ארקע ווי דו [82] האסט זיך אבגענארט! - די וואך האב איך צום ערשטען [83] מאל אין מיין לעבען אנגעהויבען דא הערן א נאמען זעהר [84] א געשמאקען פאר מיר, מען זאגט מיר אפען "אייער איידים" [85] מען דארף זיך שוין ניט בעהאלטען. "פון וואנען שטאמט אייער [86] איידים?" איך שיק דיר, ארקע, דעם "היינט" פון פרייטאג, די "פאלקס [87] צייטונג" האלט שוין ניט שייקע פון {5} [88] ערשטען דעצעמבער, און אין אויגוסטאוו איז ניטא וואו צו קויפען דעם נשמער [89] איך טראכט אלץ וועגען אייער פארען אויפן ים, דער ים רוישט, ס'קלאפען [90] די פאלעס אויפן שיף, וועלכער וויקט זיך צו אביסעל, די [91] מאשין קלאפט און איר מיינע טייערע געפינט זיך דארט [92] צווישן צוויי וועלטען נאר מיט יעדער סעקונדע דערווייטערט [93] איר זיך פון דער אלטער אייראפא ווייל אונזער פאלק [94] האט פיעל פון זיינע האפנונגען פארלארען און [95] איר רוקט זיך אלץ נענטער צו אונזער אלט־ניי לאנד [96] וואו עס בויט זיך עפעס נייעס און איר מיינע טייערע [97] וועט אין גיכן אויך אריין אין די געשלאסענע רייהען [98] פון אונזערע בויערער און פון מיין הארץ טראגט [99] זיך צו אייך די אלטע אידישע ברכה: "ה' עמכם". [100] דו האסט רעכט פאניטשקא אין דיין בריוו פון [101] וואגאן פארענדיג איבער טשעכיען אז דו שפירסט [102] אז מיין הארץ פאהרט מיט - מיט אייך ... [103] איך האב איינגעארדענט זיך זעהר גוט, די מיטאגן [104] ביי רייזלען זיינען אויזגעצייכענט איך וועל [105] איר פאר די מיטאגן בעצאהלן אזוי האב איך איר [106] געזאגט, דו ביזט כינאטשקא א חכמה {6} [107] וואס דו האסט איינגעארדענט אין שטוב אלעס ווי פריער [108] ס'שפירט זיך פון דעם אזא היימליכקייט, דעם [109] צווייטען בריוו וועל איך שוין שרייבען אין [110] גבת, איך האף צו בעקומען פון אייך [111] מארגען מאנטיג א בריוו פון וויען צי פון [112] טריעסט. און שבת חנוכה וועל איך שוין [113] האבען פון אייך א ארץ ישראל בריוו. [114] איך קוש אייך מיינע טייערע שטארק [115] אייער פאפא. [116] גיעב אשער, ארקע, א הראציקן גרוס דיינע [117] קרובים. [118] א גרוס פון רייזלען מיט פאמיליע. שרייבט זיי [119] אויך אגרוס. [120] פ.ס. [121] א גרוס אויך פון דער קאץ.

NOTES:
[19] "פינעם"or "פינעס"
[23+24] what is "פּודער"? may similar to the usage of Puder (= powder/rouge) in cosmetics: to conceal something >> not to tell an outright lie but to smooth the hard facts a bit
[29] first letter of the name not clear „ר / ס / ה“

מכתב 197






כדי להגדיל את התמונה יש ללחוץ עליה. תרגומים יש להשאיר בתגובה למטה או לשלוח לי לדוא"ל ואני אכניס לתגובות.

פענוח היידיש ע"י זיגריד בייסל (11.1.2011):
{1} [1] אויגוסטאוו, זונטיג דעם 1933 - 1/X
[2] מיינע טייערע! [3] אייערע בריעף האבן מיר פרייטיג [4] ערהאלטן. אט האבן מיר שיין נאך [5] יום־כפור. אין א וואך ארום, דעם [6] 2-טן אדער 3-טן טאג חול־המועד [7] פאהר איך שוין אין ווילנע. [8] די ידיעה פון דיר, כינאטשקא, אס [9] דו האסט מיט הצלחה דורכגעמאכט אן [10] אפעראציע אויף דער בלינדער קישקע, [11] איז, נאטירליך, געווען פאר אונז אונ- [12] ערווארטעט און איז געווען א גרויסע [13] איבערראשונג. מיר ווייסן, אס דאס איז [14] ניט געפעהרליך, און אס מען קען זיין [15] רוהיג. איבערהויפט דער פאקט, אס [16] אין 3 וואכן ארום נאך דער אפעראציע [17] שפירסטו זיך גוט, בעווייזט, אס זי איז [18] געלונגען. דאך דארפסטו זיך נאך, כינא,{2} [19] א לענגערע צייט היטן מיטן עסן און ניט [20] עסן קיין גראבע, שווער־פארדייבארע שפייזן. [21] וואס עס אנבעלאנגט דעם עצם־ענין, האסטו [22] זעהר גוט געטאן, כינאטשקא, וואס דו [23] האסט זיך געלאזט מאכן די אפעראציע, [24] ווייל א פארלאזענער אפענדיציט קען [25] ווערן פלוצלינג, אין א שיינעם פריהמארגן, [26] געפעהרליך. אזוי ביסטו שיין איין מאל [27] פאר אלע מאל פטור דערפון. דו קענסט [28] זיין וועגן דעם פולשטענדיג רוהיג. אזעלכע [29] אפעראציעס מאכט מען אפילו אין קליינע [30] שטעדטלאך און זיי זענען שטענדיג [31] גוט, צוועקמעסיג און פארזיכערן דאס [32] פולע געזונד. ווי האסטו זיך געשפירט [33] נאך דער נארקאזע (איינשלעפערן)? צו [34] האסטו געבראכן? צו איז ביי דיר מיט 2 [35] מאנאט צוריק, ביים אנהויב קראנקהייט, [36] געוועזן היץ? צו האסטו יעצט ניט קיין [37] הוסט נאך דער נארקאזע? אויב דו {3} [38] הוסט אפילו אביסל, דארפסטו זיך ווענדן [39] נאך הילף צו א דאקטאר. עס איז [40] אויך געוואונשן צו אונטערזוכן דאס [41] הארץ. ווי איז יטצט ביי דיר דער שטולגאנג? [42] דערשרעק זיך ניט, כינא, פון מיין מבול [43] פון פראגן, דאס פרעג איך מער נישט [44] דערפאר, ווייל איך וויל וויסן גענוי וועגן [45] דיין געזונד־צושטאנד - און נישט, ווייל [46] עס זאל עפעס ענטשטעהן, חלילה, א געפאר. [47] איבעריקס, לויט ווי איך קען דיר, כינא, [48] ביזטו דאכט זיך ניט קיין מניטיעלני, און [49] דאס איז זעהר וויכטיג, ווייל פארשידענע [50] נערוועזע צושטאנדן מאכן אפט פון [51] א געזונדן מענשן א קראנקן. ווי געזאגט [52] קענסטו זיין פולשטענדיג רוהיג, דאס [53] בייזע איז פארביי. מיר זענען אלע [54] אויך פולשטענדיג רוהיג און צופרידן און [55] ווינשען דיר די שנעלסטע ערהאלונג. [56] איך ווינש דיר, כינאטשקא, אס די לעצטע {4} [57] איבערלעבעניש זאל ענדגילטיג פאר- [58] מאכן די קייט פון דיינע ביז־איצטי- [59] גע שווערע איבערלעבונגען, און עס זאל [60] זיך ביי דיר אנהויבן דער פער...ד פון [61] פערזענליכן גליק און צופרידנהייט, ביי [62] דעם בעסטן געזונד. [63] אך דאנק איך אלע, מיינע טייערע, פאר [64] דעם מיר צום געבורטס־טאג צוגעשיקטן [65] לוח און פאר דער צוּווינשונג. [66] עס פרייט מיך זעהר, כינא, וואס דיינע [67] ארומיגע חברים און בעקאנטע ווייזן דיר [68] ארויס א סך סימפאטיע און רעספעקט. [69] דיין בעשרייבונג, פאניא, פון דעם אופן [70] פון די ראש־השנה־פייערונגען אין גבת [71] (און וואהרשיינליך אויך אין אנדערע קבוצות) איז [72] זעהר אינטערעסאנט און שטעלט פאר אייער [73] היימישן יום־הדין. עס גיט אייך א סאציאלן [74] בילד פון אייער לעבן. לאמיר האפן, ארקע, [75] אס דיין ווילן "לשובע ולא לרזון" וועט ערפילט [76] ווערן און אס מיר ווילן אלע האבן א גוט־יאר. [77] זייט מיר אלע געזונד און שטארק - אייער זאליא.
notes:
[48] „מניטיעלני“ (?)
[60] maybe „פעריאד“