מכתב 178





כדי להגדיל את התמונה יש ללחוץ עליה. תרגומים יש להשאיר בתגובה למטה או לשלוח לי לדוא"ל ואני אכניס לתגובות.

פוענח מיידיש ע"י זיגריד בייזל (14.1.2011):

[1] דאס זאל אשר ניט זעהן. [2] אוגוסטאוו, מוצאי שבת, א חנוכה - 34 - 1/XII
[3] מיינע טייערע כינא, פאניא, ארקע און אשר - שלום! [4] אייער בריוו האבן מיר היינט ערהאלטען. שיינקע איז [5] געקומען צו פאהרן אין דער היים מאנטאג אין אוונט. דיין [6] בריוו, כינאטשקא, האט אונז פארשאפט פארגעניגן [7] מיר זאנען זייער צופרידן, וואס איר האט זיך פארשריבן [8] אויף א פלאץ. געוויס איז זייער וויכטיק, וואס איר וועט [9] האבן א אייגענע הייזל, זאל זיין מיט גליק דער [10] אנפאנג וואס איר האט געמאכט. איך וועל אין דער [11] פראגע אנטקעגן קומען אייך אויף וויפיל נאר עס [12] וועט זיין ביי מיר די מעגליכקייט, ווייל מיין און [13] אויך שיינקעס וואונש איז, אז איר זאלט זיך אויף [14] בויען אויף א אייגענער שטיקל נחלה. עס איז פאראן [15] ביין מענשען אויסער דעם רצון, דעם גוטן ווילן, [16] אויך יכלת וואס דאס איז - די הויפטזאך, וואלט ביי [17] מיר געווען די לאגע איצט כאטש אזוי ווי פאר- [18] איאהרן וואלט מיר געווען זייער לייכט נעמען 400 ד [19] און שיקען. אט די וועלכע זאנען נאך דא - ווייל די [20] 200 דאלאר, וועלכע מען איז מיר שולדיג, קען איך [21] דאך נאך ניט רעכענען פאר מזומן, דער פעהלער [22] איז אבער וואס שוין ערער 10 מאנאטן האט זיך די {2} [23 >46] [24] אלגעמיינע לאגע פון לערער אין אונזער מדינה [25] זייער פארערגערט אויף אזוי פיעל, אז עס איז [26] שווער געפינען איצט א לערער, וואס זאל האבן די [27] נייטיקע חיונה, פון דעמאלט אן האלט איך אויס [28] זאליען פון די דאלארן, איך מוז דאך געבן איהם [29] די מעגליכקייט שוין צו ענדיגן זיין שטודיום, [30] נאר אזוי ווי איך וויל דאך דורכאויס אז איר זאלט [31] דעם פלאץ ניט אויסן לאזן חס ושלום און איר זאלט [32] זיך טאקע אין א מזל-דיקע שעה זיך בויען [33] רעכן איך צו שיקען אייך אויף דער צווייטער [34] וואך די געלד, איך ווייס נאר ניט גענוי צי איך וויל [35] קענען אייך שיקן 400 ד, דה די גאנצע סומע [36] אדער 300 דאלאר וועל איך אבשטעלן 120 דאל. [37] פאר זאליען. איך וועל היינטיקע וואך שרייבען [38] צו מיין שוואגער יחזקאלן וועגן דעם, אויב [39] ער וועט מיך פארזיכערן אז ער וועט קענען [40] שיקען פון חוב (די 200 דאל) פאר זאליען וואס [41] ער דארף וועל איך שיקען די גאנצע 400 ד [42] אויב ניי וועל איך שיקען 300 דאל און איר [43] וועט מוזן זיך צו סטיירן ערגעץ לייען 20 פונט [44] שיינקע איז טאקע א טייערע נשמה, זי איז אין דער [45] פראגע מיט מיר איינס... [46] וועגן קומען כינאטשקא, אלס טוריסטן איז ליידער דערווייל אונמעגליך ווייל איך האב ניט שוין די מיטלען אויף אזא רייזע

notes:
[23] this line is the end of line 46 which runs up the left margin and back along the top margin.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

כתבו כאן את התרגום שלכם. אם יש תיקון לתרגום אחר, או תוספת - אנא ציינו זאת. כל תרגום והערה עוברים אישור ולא יופיעו מיידית. תודה על עזרתכם!